- Scenkonstmuseet
- /
- Scenkonstmuseet
Om Scenkonstmuseet
אנטדעקט די וועלט פון פערפארמינג ארטס
ביי דער מוזעאום פון די פערפארמינג ארטס (Scenkonstmuseet),וועט איר אריינגיין אין א וועלט פון טיאטער, טענץ און מוזיק, אויף די בינע און הינטער די פארהאנגען, פארגאנגענע און יעצטיגע. באפרידיגט אייער נייגער, לערנט מער, און אנטדעקט אייער אייגענע שעפערישקייט.
אין מיטן פון שטאקהאלם
דער מוזעאום פון די פערפארמינג ארטס איז אין צענטראלע שטאקהאלם, אין די קעניגליכע בעקעריי געביידע, צווישן די קעניגליכע טיאטער און די קעניגליכע שטאלן. דאס איז די עלטסטע אינדוסטריאלע געביידע אין שטאקהאלם, און איז באנוצט געווארן אלץ א בעקעריי, ארמערי און מאגאזין פאר ליקער. די דאזיגע לאנדצייכן איז ליבליך איבערגעבויט געווארן צו האלטן א לעבעדיגע, שעפערישע און אינטעראקטיווע מוזעאום מיט דריי שטאק וואס רעכנט אריין עקסהיביטן, א סטודיא, קראם, רעסטוראנט און א גרויסע קאנצערט און פארשטעלונג זאל.
ריזיגע זאמלונג
דער מוזעאום האט א זאמלונג פון באלד 50,000 זאכן וועלכע זענען געזאמלט געווארן פאר מער ווי 100 יאר, און אריינרעכענענדיג אינסטרומענטן, סינאגראפיע מאדעלן, קאסטומען און ארט. אונזער שטאב ארבעט כסדר מיט דאקומענטאציע און פארשונג שטיצע. אונזער זאמלונג פון 6,000 אינסטרומענטן אנגעהויבן אין די פריע 17'טע .יארהונדערט, איז איינע פון די גרעסטע אויף די וועלט
א שטאט מוזעאום
דער מוזעאום פון די פערפארמינג ארטס איז א שטאט מוזעאום אנגעפירט דורך די פערפארמינג ארטס אגענטור, און איז געעפנט געווארן אין פעברואר 2017.