אַנטדעקט דעם סצענעקונסט־מוזיי
דער סצענעקונסט־מוזיי איז אַ מלוכישער מוזיי פֿאַר מוזיק, טעאַטער און טאַנץ. אינעם מוזיי וועסטו אַנטפּלעקן די געשיכטע און איצטיקייט פֿון דער סצענעקונסט. עס זענען דאָ קאָסטיומען, אינסטרומענטן און מאַנוסקריפּטן, ווי אויך אינטעראַקטיווע סטאַנציעס און אַלגעמיינע קונסטווערק.
דער סצענעקונסט־מוזיי איז דאָ אינעם שיינעם קראָנאָ־בעקערײַ מיט וואָרצלען פֿונעם 17טן יאָרהונדערט. די לאָקאַלן זענען פֿריִער געווען אַ בעקערײַ, אַ וואָפֿן־לאַגער און בראָנפֿן־לאַגער. דאָס הויז איז איין פֿון די עלטסטע אינדוסטריע־בנינים אין צפֿון אייראָפּע און איז גופֿא אַ וויכטיקע טייל פֿונעם באַזוכן דעם מוזיי, פּונקט אַזוי וויכטיק ווי די אָביעקטן און אינסטאַלאַציעס.
מיר זענען אַ טייל פֿון דער מלוכישער אינסטאַנץ ״די מלוכישע מוזיק־אַדמיניסטראַציע״ וואָס איז אַ טייל פֿונעם קולטור־דעפּאַרטעמענט.
50000 אָביעקטן – אַן ערשטקלאַסיקע זאַמלונג
דער סצענעקונסט־מוזײ האָט אַ גרויסע זאַמלונג מיט אַן ערך 50000 אָביעקטן. אין דער זאַמלונג זענען למשל דאָ אינסטרומענטן, סצענאָגראַפֿישע מאָדעלן, מאַריאָנעטן, קאָסטיומען און בילדקונסט. אונדזער זאַמלונג אינסטרומענטן איז איין פֿון די גרעסטע אין דער וועלט מיט איבער 6000 אָביעקטן, די עלסטע זענען פֿונעם אָנהייב 17טן יאָרהונדערט.
אַ סך פֿון די אָביעקטן שטעלט מען פֿאָר אינעם סצענעקונסט־מוזיי, נאָר די גרעסטע טייל האַלט מען אין אַ מוזיי־לאַגער. אונדזערע אויפֿזעערס אַרבעטן כּסדר מיטן אָפּהיטן אָביעקטן, דאָקומענטאַציע און דעם שטיצן פֿאָרשונג.
טאָמער ווילט איר באַזוכן די זאַמלונג אָדער שטעלן זיך אין פֿאַרבינדונג מיט אונדזערע אויפֿזעערס קענט איר צושרײַבן אַ בליצבריוו צו samling@scenkonstmuseet.se